…..א מעשה וואס לאזט זיך שווער גלייבן
August 25th, 2020
נעכטן אויפדערנאכט, איך קום אהיים נאך א טאג ארבעט.. די משפחה אנטפאנגט מיך מיט א זארג פולע צורה, דער קליינער 4 יעריגער צדיק קען נישט שטיין אויף די אייגענע צוויי פיסעלעך..
דאס קינד איז ווי ווייט מ’ווייסט נישט געפאלן אדער א קלאפ געכאפט אויף די פיס.. דאס קינד וויינט אבער אן אויפהער, די יסורים זענען גרויס..
איך פארברענג נישט קיין עקסטרע מינוטן נאר פלי שנעל אריבער צום קינדער דאקטאר זעהן/הערן וואס די פלוצלינג’דיגע ווייטאג דארף צו באדייטן און וואס פארא רפואה דארף מען דא ערפינדן.. דער דאקטאר באטראכט און באוואונדערט די פלוצים’דיגע שטארקע ווייטאג, די ביינער קוקן נישט אויס צובראכען, נישט קיין פיבער, אפילו נישט קיין צייכן פון הויט אנטצינדונג ב”ה.. דער דאקטאר פארשרייבט א Pain relief מעדעצין און הייסט ווארטן איבערנאכט צו זעהן ווי אזוי די פיס זעהט אויס איבערנאכט..
ויהי ממחרת.. היינט אינדערפרי, דאס קינד שטייט אויף נאך א וויינעדיגע נאכט-שלאף, איך קען נאכאלץ נישט אראפ טרעטן אליין פון בעט צעוויינט ער זיך.. מ’האט דאס קינד געדארפט אונטערהייבן ווי א קליין בעבי און אזוי ארומפירן אין הויז..
איך אלטס טאטע, שפיר אן אחריות.. עפעס מער גייט דא פאאר.. האב איך אפגעמאכט אז אי”ה גלייך נאך שחרית גיי מיך נעמען צו די ארבעט און מקיים זיין די ענין פון גיין צו נאך א דאקטער פאר א “Second opinion”.. איך דאווען מיט כוונה, בקשה און.. מיט הודאה פאר אלעס וואס דער אייבערשטער שטעלט צו יעדן טאג!
נאכן דאווענען, האב איך מיך געשטעלט זאגן די הייליגע תפילה פון תפילת תודה.. אזוי ארויסגייענדיג פון שוהל שפיר איך עטוואס א דערלייכטערונג.. ליבי אומר לי.. די ביסט א געהאלפענער..
איך קלינג אין שטוב, אויפן אנדערן זייט טרייבל הער איך א לעבעדיגע האלאו.. אה.. ברוך השם!
דאס קינד האט ממש יעצט אראפגעשטעלט א פיס.. נאר צום גוטן!
מינוטן גייען פארביי און דאס קינד באקומט צוביסלעך צוריק די כוחות אין די פיס, קליינע טריטעלעך.. אבער גאר-גרויס הודעה צום אייבערשטן!!!
די גאנצע מעשה הערט/שפירט זיך עפעס ווי א חלום.. אדער ווי גאר א מעשה בעל שם טוב באשריבן אין די אלטע “מחניים ביכלעך”.. דער פאקט איז אבער פאקט.. עס איז א ריכטיגע מעשה פלא
דאנקען העלפט.. ווער עס גלייבט און דאנקט גיבט דער אייבערשטער צוריק פולע הויפנס מיט רפואות ישיעות פרנסה וכל טוב, פרוביר עס איינמאל און איר וועט אליינס זעהן די זיסקייט וואס גייט אייך באגליקן און באגלייטן אויף אייביג