איך דאנק דיך באשעפער פאר פארגעבונג. עס איז וואונדערליך אז נאכדעם וואס מיר האבן געטאון עפעס נישט ריכטיג, אויב מיר האבן חרטה און מיר טוישן אונזער אויפפירונג, איז אונז השי’ת מוחל און אונזער עבירות ווערן גאר איבערגעקערט צו זכיתום. איך דאנק דיך באשעפער פארן אונז געבן א טאג וואס באגרעניצט אונז פון אונזער קערפערליכע געברויכן ,כדי מיר זאלן קענען קאנצענטרירן תשובה צו טאון כדי השי’ת זאל אונז פארגעבן און אונז פארשרייבן צו א גוט יאר. איך דאנק דיך באשעפער פאר יום כיפור.

October 3rd, 2022