Was taken to the hospital
September 14th, 2021
שבת פ’ כי תצא האב איך מיך נישט גוט געשפירט און הצלה האט מיך אריין געפירט און שפיטאל און איך האב געהאט ביי מיר דעם גליון א דאנק און איך האב געזעהן דארט גשריבן אז איינער האט געזעהן א ישועה ווען ער האט זיך מקבל געווען צו דאנקען ברבים האב איך מיך אנגערופן צו מיין ווייב אז איך בין מיך אויך מקבל צו דאנקן ברבים און ב”ה מוצ”ש נאכען דורך גיין פול מיט טעסטס בין איך אהיים געגאנגו געזונטערהיייט נ.ב. א יעדן וואך פרוביר איך צו פארציילן פון די מעשיות פונעם גליון פאר די משפחה ביי די שבת סעודה יישר כחכם