געזאגט 100 מאל מזמור לתודה
April 14th, 2021
איך האב א חבר וואס איז לעצטענס געווארן א חתן און ער האט מיר דערציילט די מעשה ווי פאלגענד – זיין טאטע האט באקומען אפאר
געדאנקען פאר שידוכים און ער איז געווען מורא’דיג צומישט פון אזוי
.סך המצעות
למעשה, ווען ס’איז געווען דאס יאר די גרויסע שניי אין מאנסי האט ער
צאמגענומען אלע זיינע קינדער און געזאגט, אונז גייען יעצט זאגן 100 מאל מזמור לתודה אין זכות פון דעם זאל מיין חבר שנעל ווערן א חתן בקיצור, זיין טאטע האט געלייגט זיין פאון אין די זייט סתם עס צו טשארדזען
ווען מ’האט געהאלטן ביי די צוואנציגסטע מאל זאגן מזמור לתודה איז ער צוגעגאנגען צו זיין פאון, זעט ער א מיסט קאל פון מאנטריאל ער האט זיך געוואונדערט ווער עס קען זיין , ער רופט צוריק און ס’איז געווען א שדכן’ טע, איבריג צו זאגן אז ביז אפאר טעג איז די שידוך געווען געשלאסן! דערציילט מיין חבר ווייטער אז זיין טאטע האט אפגעמאכט אז ער גייט עס דערציילן ברבים אין ביהמ”ד, א וואך שפעטער קומט צו א יונגערמאן און זאגט פאר זיין טאטע איך האב געזוכט א דזאב א לאנגע צייט און איך האב געהערט וואס דו האסט דערציילט האב איך מיך געזעצט מיט מיין ווייב זאגן 100 מאל מזמור לתודה א וואך שפעטער האב איך געהאט א דזאב